Ɓrand neⱳ
Ɽeady for ƴou.

by

The Beautiful neighborhood

די‭ ‬געגנט‭ ‬פון‭ ‬בלומינגראוו‭ ‬‬איז‭ ‬דער‭ ‬מערסט‭-‬באוואוינטער‭ ‬און‭ ‬סוקסעספולער‭ ‬אידישער‭ ‬ישוב‭ ‬פון‭ ‬אלע‭ ‬אנדערע‭ ‬נייע‭ ‬אידישע‭ ‬ישובים‭ ‬פון‭ ‬די‭ ‬לעצטערע‭ ‬יארן ‭‬ריזיגע‭ ‬שטחים‭ ‬פון‭ ‬מיילן‭ ‬לאנג‭ ‬אין‭ ‬די‭ ‬גרעניצן‭ ‬פון‭ ‬קרית‭ ‬יואל‭ ‬זענען‭ ‬שוין‭ ‬באוואוינט‭ ‬מיט‭ ‬שווערע‭ ‬הונדערטער‭ ‬היימישע‭ ‬משפחות, ‬וואס‭ ‬פארוואנדלט‭ ‬איר‭ ‬אלס‭ ‬א‭ ‬העכסט‭-‬סוקסעספולע‭, ‬שפרודלדיגע, ‬געשמאקע‭ ‬געגנט.

די‭ ‬ווילידזש‭ ‬אוו‭ ‬סאוט‭ ‬בלומינגראוו‭ ‬איז‭ ‬אויסגעשטאט‭ ‬מיט‭ ‬אלע‭ ‬נויטיגע‭ ‬איינריכטונגען‭ ‬וואס‭ ‬א‭ ‬איד‭ ‬דארף‭ ‬האבן. ‬צענדליגער‭ ‬בתי‭ ‬מדרשים‭ ‬אויף‭ ‬יעדן‭ ‬ווינקל‭ ‬שפרודלען‭ ‬מיט‭ ‬מניני‭ ‬תפלה ‬און ‬שיעורי ‬תורה; ‬גיגאנטישע ‬סופערמארקעטס ‬סערווירן ‬די‭ ‬איינוואוינער, ‬און ‬פילע ‬געשעפטן ‬און‭ ‬צענטער‭-‬פונקטן‭ ‬ווירבלען‭ ‬מיט‭ ‬א‭ ‬היימישע‭, ‬לעבהאפטיגע‭ ‬געווירבל‭. ‬

ועל‭ ‬כולם‭ ‬איז‭ ‬עס‭ ‬א‭ ‬חלק‭ ‬פונעם‭ ‬ריזן‭ ‬וועלט‭-‬בארימטן‭ ‬שטאט‭ ‬קרית‭ ‬יואל‭ ‬און‭ ‬אינאיינעם‭ ‬זענען‭ ‬זיי‭ ‬אויסגעשטאט‭ ‬מיט‭ ‬יעדע‭ ‬סארט‭ ‬געברויך‭ ‬וואס‭ ‬א‭ ‬איד‭ ‬דארף, ‬מוסדות ‬התורה, ‬צענטראלע ‬שאפינג ‬צענטערן, ‬מעדיקל‭ ‬אינסטיטוציעס, ‬באסעס‭ ‬און‭ ‬קאר‭ ‬סערוויסעס, און‭ ‬וואס‭ ‬נישט‭. ‬

ספעציעל‭ ‬שיינט‭ ‬די‭ ‬הערליכע‭ ‬געגנט‭ ‬ארויס‭ ‬מיט‭ ‬איר‭ ‬גאר‭ ‬חסיד‭’‬ישן‭ ‬און‭ ‬ערליכן‭ ‬ציבור, ‬מסתלה‭ ‬ומשמנה‭ ‬פונעם‭ ‬ערליכן, ‬סאטמארן‭ ‬ציבור, ‬וועלכע‭ ‬ערציען‭ ‬ערליכע‭ ‬אידישע‭ ‬שטיבער‭ ‬על‭ ‬דרך‭ ‬רביה‭”‬ק‭ ‬מסאטמאר‭ ‬זי‭”‬ע. ‬סאוט‭ ‬בלומינגראוו‭ ‬איז‭ ‬געבענטשט‭ ‬מיט‭‬חשוב‭’‬ע‭ ‬אדמורי‭”‬ם, ‬רבנים, ‬מורי‭ ‬צדק‭ ‬ומרביצי‭ ‬תורה, ‬וועלכע‭ ‬זענען‭ ‬משפיע‭ ‬מהודם‭ ‬אויף‭ ‬די‭ ‬גאנצע‭ ‬געגנט.

A Ground-breaking Concept

די‭ ‬פאפולערע‭ ‬און‭ ‬ברייט‭-‬באקאנטע ‭”‬בלומינג‭ ‬ריעלטי” ‬שטעלט‭ ‬פאר‭ ‬א‭ ‬חידוש‭ ‬פון‭ ‬א‭ ‬קאנצעפט‭ ‬מיט‭’‬ן‭ ‬ערמעגליכן‭ ‬פאר‭ ‬היימישע‭ ‬משפחות‭ ‬א‭ ‬פראכטפולע, ‬הערליכע, ‬נייע‭ ‬הויז ‬אין‭ ‬סאוט‭ ‬בלומינגראוו‭. ‬

דער קונה קלויבט אויס א פאסיגן געגנט וואו ער וויל זיך באזעצן, און מען שליסט א געלונגענעם מקח אויף א שטח און א פראכטפולע, דריי-שטאקיגע דירה פון 3,200 סקווער פוס, מיט אן אויפגעפיקסטע בעיסמענט וואס מען קען נוצן פאר א רענט-אינקאם.‬

די הויז איז ספעציעל דעזיינט און אויפגעבויט, מיט אלע צוגעהערן – פון די ‘גראונד אפ’ – גרייט-זיך-אריינצוציען.

די גאר פראקטישע בלו-פרינטס איז גאר געניט און הערליך אויסגעארבעט געווארן דורך די בעסטע דעזיינערס אויפ’ן מארקעט, ווי איר קענט זען אויף יעדן שטאק באזונדער. 

כאפט א בליק אויף אייער נייע הערליכע דירה, וואו איר וועט אי”ה לעבן ווי א מלך ביי אייך אינדערהיים, מיט די גרעסטע הרחבת הדעת און שלות הנפש, און ערציען אייערע קינדער על דרך התורה והיראה אין דעם הייליגן, רואיגן געגנט.

The Model Options

Model

W

Model

X

Model

Y

Model

Z

Intrigued?

We're here to assist!

This site is protected by reCAPTCHA and the Google Privacy Policy and Terms of Service apply.

Intrigued?

We're here to assist!